- Iran's Supreme Court has rejected the retrial request of Arvin Nathaniel Ghahremani, an Iranian Jew who has been sentenced to death by the Islamic Republic, according to a report R"L ontinue Davening for Irvin Netanel Ben Sonia Tziona
- Over 3000 spent shabbos in Miron after coming by Friday night from local communities on motzei shabbos police cleared the area which resulted in some shuffles with law enforcement. The Boyaner rebbe came later on and lit a hadlaka with a handful of people.
New poll out: Trump leads Biden in six swing states and tied in a seventh (Wisconsin.)
- Hamas announced they abducted a Israeli soldier in Gaza, the IDF quickly put out a statement denying it, as Hamas is trying psychological warfare.
- FAA reports A Judge tosses out year-long prime apartments lawsuit, says "telling someone to go to bais din is not harassment". The year-long litigation filed by tenants of Prime Apartments against their landlord is now over. a court hearing held on Friday morning, Ocean County Superior Court Judge Valter Must agreed with the landlord that; a) in all this time, the tenants, failed to prove any of their allegations against their landlord; b) the Township's Rent Control Board ordinances, including the provisions permitting landlords to file for hardship related rent increases remains valid despite that the Township Committee technically abolished the Board over 8 years ago; and c) the landlord serving hazmanos and seruvin from Bais Din on the tenants and their attorneys was not harassment as it was completely "in accordance with the rules of Bais Din." Full story at Faanews https://www.faanews.com/2024/05/breaking-news-judge-tosses-out-year.html
To join
Shots fired early Shabbos morning at Jewish Girls school in Toronto the Bais Chaya Mushka school. The assailants fled the scene immediately after the incident police are investigating.
א גוטע וואך פון מירון לייוו.
ReplyDeleteבאריכט פון שבת אין מירון.
צווישן 6 און 10 טויזענט אידן שב”ק אין מירון!!!.
רוב עולם איז אריין דורך לעכער נעבן דעם טויער אין מירון און אויך דורך וועלדער שוין די לעצטע 5 טאג במסינ”פ און צוליב די פילע פאליציי אויף די וועגן און אויך איז אריינגעקומען נאך אפאר הינדערט אידן ליל שב”ק צווישן 10 און 12 ביינאכט, אנדערע גרופעס וואס האבן מורא געהאט צו גיין ביינאכט אין די וועלדער אנע ליכטיקייט זענען אנגעקומען שבת נאכמיטאג, די אידן האבן זיך געהאט באהאלטן אין די דערפער ארום און געטראפן קיין מירון לעכער דורך די פעלדער און וועלדער און דערנער און איבערגעשפרינגענע גדרים ביים סוף פון די בורמא ראוד וואס שלענגט זיך ממש ביז די אריינגאנג פון די דערפער בר יוחאי און אור הגנוז, און אנדערע דורך קדיתה און אנדערע זענען אריין דורך נחל עמוד אנהייב דשערמאק בארג געגנט ביים צווייטן זייט.
הנדערטער בחורים און יונגעלייט וואס פאליציי האבן שוין געהאט 2 צו 3 מאל אוועקגעשיקט פון מירון, אבער רוב פון זיי האבן געטראפן א וועג צוריק נאך פאר שבת.
יעדער פארציילט אנדערע מעשי ניסים ווי אזוי עס איז אים געלונגען זיך ארויסציווישן פון פאליצייאישע אויגן אדער האנט, ממש ווי ביים 2’טן וועלט מלחמה וויאזוי מאיז אנטלאפן און איבערגעלעבט פון די נאציס.
מהערט פון הינדערטער אידן אז זיי האבן זיך געוואלגערט אין און געקראכן ארום ביימער און פעלזן שטיינער אין די וועלדער ערש”ק מיט זייערע פעקלעך און א טייל מיט זייערע ווייבער און קינדער פאר 2 צו 3 שעה, א חלק זענען געקומען צופיס אזוי ווייט ווי פון גוש חלב, און אלעס דורך וועלדער ווייל די פאליציי זענען געווען איבאראל אויף אלע ראודס סיי מיט קארס און סיי צופיס, און ראוד בלאקאדעס ביי כמעט יעדע גרעסערע אדער קלענערע ראוד וואס פירט קיין מירון אזוי ווייט ווי פון כרמיאל ביז צפת און קדיתה ביז גוש חלב, אריינגערעכנט אלע קלענערע דערפער ארום.
די ציון איז געווען אפען גאנץ שבת אן קיין שום שטער, די טויזענטער אידן האבן דארט געדאווענט און געפראוועט א הערליכע ווארעמע שבת התעוררות ביים הייליגן ר’ שמעון זי"ע.
עס האט זיך ב"ה געגאסן א שפע גדול פון עסען און טרינקען און אפאר באקאנטע רבנים ובעלי חסד וואס האבן שוין יארן חזקות צוצושטעלן סעודת פארן שבת פאר ל”ג בעומר פאר די געסט, האבן אלע צוגעשטעלט רייכע סעודת שב”ק, אפאר דערפון אין גרויסע זאלן.
מוצש"ק גלייך נאכן זמן איז די פאליציי ארויף און נאכאמאל אויסגעליידיגט דעם מערה אבער מיט מכות רצח, דער עולם האט געשפריצט אויף די פאליציי מיט א גרויסן וואסער פייפ פון א פייער פאמפ און געווארפן וואסער באטלעך כמנהגם, אבער ביז אפאר מינוט איז אלעס געווען ליידיג.
די פאליציי האט נאכאמאל ארויסגעפירט פון מירון מיט באסעס קיין כרמיאל די אלע וואס זענען געווען בשעת מעשה ביים ציון און וואוינען נישט אין מירון, אדער האבן נישט מיט זיך עפעס א פראטעקציע פירמיט פון דייטש אדער פרוש וכדו’ וואס א חלק האבן קארטלעך און א חלק א ברעיסלעד. (באריכטן אז 90% פון די אידן אויף די היינטיגע באסעס זענען שוין יעצט צוריק אין מירון, און באריכטן אז פון דעם באס איז כמעט געבליבן א גל של אייזענעס ווייל סאיז נישט געבליבן קיין איין נישט צושניטענעם סיעט און צומזיקט פון אלע זייטן פארשטייט זיך דורך די רייזענדע).
די פאליציי האט דערווייל נישט אין פלאן צו גיין נאכאמאל זוכען מענטשען ביי די דירות, זיי פארלייגן זיך יעצט בעיקר אויפן ציון.
דער גאנצער עולם האט געוויסט פון די פלאן פון די פאליציי צוריקצוקומען מוצש"ק, און די די טויזענטער קלוגע וואס האבן יא געוואלט בלייבן אין מירון האבן נאך אנגעיאגט צו מאכן פריע מנחה ושל”ש מנינים פארדעים און צוריקגעלאפן הארט ביים זמן צו די דירות אדער אנדערע באהאלטענישן און הערשט דארט צאמגעשטעלט מניני מעריב.
די פאליציי זאגט אפען אז דער עיקר ווילן זיי אז די טעלעוויזיע מיט די צייטונגען זאלן ווייזן פארן גאנצן מדינה אז גאר א קליין צאל אידן האלטן מיט די ביאנער הדלקה אזוי ווי זייער קלאמפישער ”חוק” פארלאנגט, און דערנאך גייט זיי נישט אן אז די פאליציי גייט אוועק פונעם בארג און אז דער עולם קומט צוריק.
דאס איז אחוץ פון די צענדליגער טויזענטער אידן וואס פלאנען סיי ווי זיך ארויסצולאזן קיין מירון פון גאנץ א”י דורך כל מיני צוגעשטעלטע באסעס און היטשעס אדער זייטיגע וועגן און זיך צוריק איינברעכן א חלק 3 פארטאגס גלייך נאך די ביאנער הדלקה, און אויב סוועט נאך אלץ זיי פאליציי נאכמיטאג איז דא א פלאן פאר א גרעסערע מעכטיגע איינברעך אום 3 נאכמיטאג כמנהג השנים האחרונות.
זיי זאגן אז יעצט איז דא אין די וועלדער ארום מירון מער שטריימלעך ווי ביימער.
A busha vcherpa that "yeshavalite" living in Prime went to arakaos. A bush vcherpa that there are actually people defending them. Oy laznayim shekach shomos. Oy ldor shekach alsa beyamav ve'en potzeh peh.
ReplyDeleteA busha that yeshivaleit have no qualms of being mosrim, just because he might have wronged them does not give them the right to Moser for building violation , mortgage fraud or to take the building away from him...... hard lesson Since now they will pay the back rent and the new rent rate which everybody else is paying. The building does not belong to them, it belongs to the owner! If they want to live there then pay what he wants!Finally some justice,
DeleteNeturei Karta ambassadors to Iran couldn't do something to help an Iranian yid in tzoros?
ReplyDeleteLiving in Prime??
ReplyDelete