Petira of the Viznitzer Rebbetzin of Monsey, Rebbetzin Miriam Hager A”H, at the age of 73. the daughter of the Uhel rebbe Harav Eluzer Meisels ZT”L wife of Admor Vizhnitz Monsey Rav Yisroel Hager shlita.
The rebbetzin got sick 40 years ago and suffered from multiple sclerosis, yet continued on with devotion and mesiras nefesh, raising a family and leading the community. She is survived by her husband, 5 sons and 2 daughters and siblings all respected admorim rebbes and leaders of Torah avodah and yiras shamayim.
The Levaya will take place today in Monsey 12:00PM at the Viznitzer Beis HaMedrash, 25 Phyllis Terrace with The Kevura at Viznitzer Beis Hachaim on Route 306.
וְשָׁם אִשָּׁה גְדוֹלָה • חסידי וויזניץ אומעטום באוויינען פטירה פון הרבנית הצדיקת מרים האגער ע"ה אשת חבר האדמו"ר מוויזניץ מאנסי:
א וואלקן פון טרויער האט זיך אראפגעלאזט צווישן עדת חסידי וויזניץ איבער דער גארער וועלט, צוזאמען מיט אידן פון אומעטום וואס ווייטאגן מיט דעם צער און אבל פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, נאך די פטירה פון די הויכגעשעצטע אשת חבר המפורסמת במעשי' הטובים, בת גדולים וקדושים ומדוכא ביסורים, הרבנית הצדיקת מרים האגער ע"ה, וועלכע האט אין די יעצטיגע מינוטן אויסגעהויכט איר נשמה, אין עלטער פון צוויי און זיבעציג יאהר, נאכ'ן נישט זיין געזונט במשך די לעצטע צענדליגער יאהרן, לדאבון בני משפּחתה הרוממה ולמגינת לבם פון אלפי חסידי וויזניץ פון איבער דער גארער וועלט.
די רביצין ע"ה איז געוועהן א בת גדולים וקדושים, טאכטער פונעם אוהעלער רב הגה"צ רבי אלעזר מייזליש זצ"ל, און איז אלע יארן געווען א געטרייע עזר כנגדו און מיט מסירת נפש געשטאנען לימין בעלה הגדול דער וויזניצער רבי שליט"א. ליידער איז איר נישט באשערט געוועהן א גרינג לעבן, און שוין פאר העכער פופציג יאר האט זיך די רעבעצען געספראוועט מיט שווערע מצבי הבריאות, ספעציעל די לעצטערע תקופה נאכ'ן אנדעקן ביי איר די ביטערע מחלה ל"ע, כל ימיה האט זי מקבל געוועהן די אלע יסורים באהבה, און זיך קיינמאל נישט מתרעם געווען. טראץ איר שווערן מצב איז די רעבעצען אנגעגאנגען מיט איר שיינעם לעבנסשטייגער און איז כסדר געקומען אין ביהמ"ד וואו מ'האט געזען די געהויבענע מסורה פון בית אבותי' וואס איז געוועהן איינגעבאקן אין די רעבעצין.
דורכאויס די אלע יאהרן האט זיך איר גרויסן מאן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א אפגעגעבן מיט די רעבעצען מיט אן אומבאשרייבליכע איבערגעגעבנקייט, דער רבי שליט"א האט נישט אפגעטרעטן פון די רביצין, און כסדר געזארגט מיט וואס נאר מעגליך צו פארלייכטערן דעם מצב ביי די רביצין ע"ה און ארום.
דורכאויס די לעצטע טעג איז דער מצב ביי די רעבעצען געווארן ערגער, שוין נעכטן איז דער וויזניצער רבי שליט"א ארויסגעפארן צום מאונט סיני שפיטאל וואו דער רבי און די קינדער האבן זיך געשטעלט ארום מטת חלי' פון די רעבעצין ע"ה. יעצט באנאכט האט זיך דער מצב דראסטיש פארערגערט, ויצאה נשמתה באחד צום טיפן צער און טרויער פון בני משפחתה וואס האבן פארלוירן די אם הבנים שמחה פון וואס האט מיט אזא מסירות נאמנה מגדל געווען דעם דור ישרים יבורך.
די מסע הלוי' וועט זיך אנהייבן היינט, 11:30 ביים פארקינג לאט פון די וויזניצער תלמוד תורה 'בנין ווילחאוויץ' וואו די נשים צדקניות פון די קהילה וועלן זיך פארזאמלען און באגלייטן די ארון. ארום 12:00 מיטאג וועט די לוי' ארויסגיין פארנט פון ביהמ"ד הגדול 'לבוש מרדכי' אין שיכון וויזניץ מאנסי. וואו דער מנהג אין וויזניץ וועט מען נישט מספיד זיין, מען וועט זאגן קל מלא רחמים נאכגעפאלגט מיט די הקפות כנהוג.
מען וועט דערנאך באגלייטן די מיטה צופיסנס ביז צום וויזניצער בית החיים אויף רוט 306, וואו די רעבעצין וועט קומען למנוחה נכונה אינעם אהל פון איר שוויגער הרבנית הצדקנית מוויזניץ ע"ה.
ויהי רצון שנשמע ונתבשר בשורות טובות ישועות ונחמות
The fact that most of the post is in yiddish means they don't want Lakewooders at the levayah.
ReplyDeleteAll in redundant identical generic verbosity
ReplyDelete