Thursday, May 23, 2019

Today הנחת אבן הפינה קרית ויז'ניץ לייקוואוד

                                                                  בורא עולם בקנין השלם זה הבנין

Today a Hanochas Even Hapinah will take place in Lakewood for the New Kiiryas Vizhnitz at the site of theFlea market on route 70. The event will begin at 6:00 pm. A Seuda will follow at the Bnos orchos Chaim hall and at 7:30 pm a Large Tish with all the Rebbes will take place for the general public at 440 Oberlin Avenue South.
קרית וויזניץ לעיקוואוד



הכונו!! היינט דאנערשטאג נאכט, ה' בהר ל"ג בעומר תשע"ט, קומט פאהר די גרויסארטיגע מעמד הנחת אבן הפינה של קריה החדשה לאנ"ש וויזניץ אין לעיקוואוד, וואו עס וועט ווערן געלייגט דעם אבן היסוד פארן בנין בית המדרש הגדול פונעם נייעם שטעטל. 6:00 אזייגער וועט פאהרקומען דעם גרויסן מעמד בראשות כ"ק מרנן האדמורים שליט"א, און וועט באגלייט ווערן מיט ווארימע ניגונים, און ריקודין של רגש בעת דער געהויבענער מעמד וואס פילע אידן און אנשי שלומנו קוקן ארויס דערויף א לענגערע צייט.

6:45 וועט סערווירט ווערן א סעודה רחבה פאר אלע באטייליגטע וואו מ'וועט קענען זיצן רואיג מיט א געשמאקע מאלצייט, סעודת ל"ג בעומר והילולא דר' שמעון זיעועכי"א.

7:30 וועט געפראוועט ווערן דעם גרויסן ל"ג בעומר טיש בראשות כ"ק האדמור"ים שליט"א, וואו עס איז ערווארטעט אנטיילצונעמען פילע טויזענטער אידן און אנ"ש פון לעיקוואוד און פון איבער גרעיטער נוא יארק.



No comments:

Post a Comment