Friday, September 20, 2024

עצרת רבתי זעקת הגולה Update

 Atzeres organizers update on asifa details


דוש אתה ונורא שמך! ובכן יתקדש שמך על מקדישי שמך!ק ברוך המקדש שמו ברבים על ידי רבוא רבבות בני ישראל בני יהדות הגולה!

נישטאָ די ווערטער צו שילדערן די זעלטענע און ערשטמאָליגע צוזאַמענאַרבעט אין די לעצטערע וואָכן ווען מ'האָט זיך אַריינגעלייגט אין די פּלענער צו אַראַנדזשירן די מעכטיגע היסטאָרישע עצרת מחאה אדירה "זעקת הגולה"!

מי יגלה עפר אבינו רועינו מרן רביה"ק זי"ע ווען מ'זעט אַזאַ צוזאַמאַרבעט אשר כמוה לה נהייתה! ווען גאַנץ כלל ישראל האָט זיך געגעבן אַ וועק אויף צו אויסשרייען די ביטערע אויסגעשריי מעומק הלב קעגן די רשעי ישראל, וואָס פאַרברייטערן ליידער די שוידערליכע רדיפת הדת בעיר ה' שמה! וואָס אַזאַ מצב ווען גאַנץ כלל ישראל איז איינגעשפּאַנט להעביר טומאה מן הארץ, איז כמעט נאָכנישט געווען זינט די מדינת השמד איז געגרינדעט געוואָרן!

מ'זעט שוין די קידוש השם האָט אָפּגעקלינגען מסוף העולם ועד סופו, אין אַלע פרייע און אַלגעמיינע פּרעסע און סאָושעל מידיאַ נעצן איבער ארץ ישראל, האָבן באַריכטעט און געשימפט אין די לעצטערע טעג, שרייבנדיג אַז אַ קיימא לן פון איבער 150,000 אידן פון אַ פאַראייניגטער אידנטום אין אַמעריקע זענען איינגעשפּאַנט אַרויסצוקומען אין די גרעסטע מאַסן פון היסטאָריע, אויסצושרייען די ביטערע וויי געשריי קעגן די מדינה'ס אנגייענדע רדיפת הדת, איבערהויפּט אַקעגן די שערקליכע גזירות השמד אויף די 60,000 בחורי ישראל ברחבי ארה"ק.

דאָס זעלבסט ווייזט ווי שטאַרק דאָס האָט אָפּגעהילכט, און האָט שוין אויפגעטון אַ געוואַלד, און איז געווען אַ ריכטיגע גירא בעינא דשטנא וואָס איז נאכנישט געווע ביז דעם היינטיגן טאָג, און דאָס איז זיכער די ריכטיגע מעסעדזש פאר די מדינת הציונית און חברי הכנסת, אַז זיי ווייסן אַז דאָס גאַנצע יהדות הגולה איז גרייט אויף מסירות נפש, און אַרויסצוקומען אין אַ אומבויגזאַמע מלחמת ה' קעגן זייערע ביטערע מעשים, און מ'וועט נישט רוען ביז'ן ענדגילטיגע ביטול הגזירה עד אשר יעביר רוח הטומאה מן הארץ.

אַלע מניעות וואָס זענען אונטערגעקומען כל אורך הדרך, האָט גאָרנישט נישט געקענט אפשטעלן די פייער און קאָך וואָס האָט געברענט און געפלאַקערט ביי די רבבות שלומי אמוני ישראל, און דאָס האָט מיטגעשלעפּט אַלע קהלות און קרייזן זיי זאָלן מיטשטיין מיט אַזאַ מין ברען און פייער נגד ממשלת הכופרים וגזירותיהם!

אָבער ווי עס שטעלט זיך אַרויס, אַז צאַמצונעמען אַלע שיכטן וואס בת עמי כלל ישראל פאַרמאָגט, איז בכלל נישט דאָ די עקספּיריענס, און די עסקנים וואָס קענען פאַרמאָגן די ריכטיגע פאַרשטאַנד דערצו. ווען אפילו די וואָס האָבן שוין אָנגעפירט די גרעסטע מעמדים פון כלל ישראל, האָבן נאָך קיינמאָל נישט אָנגערירט אַזאַ סאָרט היסטאָרישע עצרת אדירה, וואָס רעדט זיך פון ממש יעדע קהלה אין אַמעריקע. יעדע קרייז, סיי פון די חסיד'ישע, ליטווישע און אַלעס אַרום.

און בפרט ווען מ'שטייט אין אַזאַ מצב ווען עס הערשט אַ מלמחה'דיגע מצב אין דער וועלט, האָט מען מער מורא צו געבן פּערמיטן, נאָכדערצו ווען עס רעדט זיך פון אַן ענין וואָס רירט טאַקע אן די מדינה הטמאה.

ווי יעדער האט מיטגעהאַלטן, תיכף ווען רבינו שליט"א און אַנדערע רבנים, האָבן אויפגעפאָדערט אַז סוף חודש אב זאָל מען אַראַנדזשירן דעם עצרת מחאה אדירה וואָס זאָל האָבן די ריכטיגע אָפּקלאַנג, האָט מען זיך אריינגעלגייט מיט אַלע כוחות אפירצוטרעפן אַ פּאַסיגן מקום וואס זאל קענען אַקאָמאַדירן דעם ציבור הרבבות,

איז קודם טאַקע געווען באַשטימט אַ פּלאַץ אין מאַנהעטן, אָבער די סיטי האָט געבעטן מ'זאָל דאָס נישט טון וויבאַלד דאָס קען ברענגען אָנגעצויגנקייט. דערנאָך איז געווען פּלענער צו גיין צו דאַונטאַון ברוקלין, און דערנאך איז ווידעראמאל צוריקגעקומען די פּלענער צו גיין אין מאַנהעטן, אָבער וועגן די יו. ען. אסעמלבי האָט מען נאָכאַמאָל נישט געלאָזט.

אָבער אזויווי דער מצב ברענט און עס ווערט שוין די הייליגע טעג, און די גדולי התורה פון די עולם הישיבות האָבן געבעטן אַז אַזויווי מ'גייט סייווי נישט אין מאַנהעטן, זאָל מען גיין מער נענטער צו זיי, עכ"פ זאָל עס זיין גענוג נאָנט צו אַלע גענגטער,

איז כלל ישראל געשטאַנען געשפּאַנט ווען אַלע עסקנים זענען אַרומגעגאַנגען און געזוכט, גענישטערט און דורכגעזייט יעדע סאָרט מקום, סיי פאַרמאַכטע און סיי אָפענע זענען געווען אויפ'ן טיש, און ב"ה נעכטן איז ענדגילטיג געוואָרן באַשטעטיגט אַז מ'קען האָבן אַ ריכטיגע פאסיגע מקום, אַ ריזיגע שטח וואָס איז סטראַטעגיש געאייגנט אָפּצורעכטן אַזאַ היסטאָרישע מעמד, מ'האָט שוין באַשטעטיגט מיט די באַאַמטע אַז בעז"ה גייט אלעס קענען פאראויסגיין לויט אונזערע פּלענער.

דערנאָך ווען זיי האָבן געזען די מאָמענטום וואָס איז געוואָרן אָנגעהיצט ביי אַלע קהלות און שיכטן פון איבער גרעיטאר ניו יאָרק און ניו דזשערסי, און זיי האָבן געזען אין די איזעראעילישע פּרעסע אַז מ'רעדט דאָ פון אַ ציבור עצום ונורא וואָס זיי האָבן נישט גע'חלומ'ט דערויף, און זיי זאָגן זיי האָבן נאָך קיינמאָל נישט געהאַט אַזאַ סאָרט באַגריף אַזוי שנעל צו קענען צושטעלן די מאַקסימום זיכערהייט און סעיפטי מאָסנאַמען, און די ראָודס אָפּשפּאַרונגען און אַלעס אַרום, פאר אַזאַ ציבור פון הונדערט פופציג טויזנט אידן.

דעריבער האָבן זיי אָנהייב טאָג גע'טענה'ט אַז זיי זעען נישט קיין וועג צו קענען דאָס אַראַנדזשירן, אַזוי אויך האָבן זיי געזאָגט אַז וויבאַלד די מלחמה מצב האָט זיך פאַרערגערט פיל מער און אויפגעפלאַקערט, און בפרט אין יענע מקום איז דאָ אַ גרעסערע מאוומענט פון גרופּעס וואָס רודערן אַרום, האָבן זיי בשום אופן נישט געוואָלט לאָזן דאָס זאָל פאָרקומען.

אַגאַנצן טאָג האָט מען פּרובירט אויף אַלע אופנים צו קענען שתדל'ן ביי אַלע באַאַמטע ביז אַרויף צו די העכסטע באַאַמטע פון די סטעיט. שעות האָט מען אַריינגעלייגט, מ'האָט איבערגעדרייט יעדע שטיינדל, אַלע רבנים ועיני העדה זענען געוואָרן אינפאָרמירט און מ'האָט איינגעריסן אין כוחינו אלא בפּה דאָס צו קענען צושטאַנד ברענגען,

אָבער יעצט ביינאַכט נאָך אסיפות עסקנים מיט אַלע קהלות הקודש, האָט מען באַשלאָסן אַז צוליב די דערמאַנטע סיבות קען מען נישט האָבן די פּערמיטן אויף דעם קומענדיגן זונטאג,

דעריבער מוז מען אוועקטרעטן פון דעם באַשטימטן טאָג, און יעצט לייגט מען אַריין אַלע כוחות זיך צו פריש ארגאנאזירן צו טרעפן די ריכטיגע מקום צו קענען אַקאָמאַדירן דעם ריזיגן פאַראייניגטן ציבור פון אַלע קהלות וואָס זאל פאָרקומען אינעם ריכטיגן טאָג בקרב הימים, און אַלעס זאל קלאַפּן על צד היותר טוב.

בעזר השם וועט מען נאך בקרוב ממש אנקומען צום הייליגן מאמענט ווען דער 'מי כעמך ישראל גוי אחד' וועט אויסשרייען אינאיינעם דעם 'זאת התורה לא תהא מוחלפת' און שרייען פאר אונזערע ברודער אין ארה"ק, חזקו ואמצו גבורי החיל!!

בעז"ה וועט מען האַלטן דעם ציבור אינפאָרמירט מיט די ווייטערדיגע פּלענער, וחפץ ה' בידינו תצליח וכל הרשעה כעשן תכלה ותעביר ממשלת זדון מן הארץ!

No comments:

Post a Comment